ברוכים הבאים
א חברותא איז דער שליסל
צו הצלחה בלימוד התורה
חבורת יסודי התורה, וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך כ״ק מרן רבינו שליט״א, לערנט א עמוד גמרא א טאג, אין א מסגרת פון לימוד התורה בקביעות, מיט א חודש׳ליכע בחינה אויף דעם וואס מ׳האט געלערנט.
דער נייער מחזור הייבט זיך אן מיט מסכת בבא מציעא.
מיר ווילן עס מאכן גרינגער פאר יעדן איינעם צו לערנען: אין דעם בית המדרש, אין דער צייט, און מיט דער חברותא וואס פאסט פאר אים.
הייב אן בבא מציעא בכח הרבים · ב׳ פרשת תולדות
נעם א חברותא · כאפ זיך מיט שרייבט וואו און ווען איר ווילט לערנעןאדער ערווארט דעם גבאי ביים טישל אין דיין ביהמ״ד – די גבאים פון מפעל קבעת האבן א צוגעפאסטע חברותא גרייט פאר אייך.
די סוד פאר הצלחה בקביעות איז א טעגליכע חברותא
חברותא בקשות
דא זעט איר ווער עס זוכט א חברותא, אין וועלכן בית המדרש און אין וועלכע צייט. נעמען און טעלעפאן נומערן ווערן נישט געוויזן. זעט איר א פאסיגע? דריקט ״איך וויל זיך אנשליסן״.
לאדנט...
א חברותא העלפט פארשטיין בעסער און לערנען טעגליך תמידין כסדרן
זוכן א חברותא
שרייבט וואו און ווען איר ווילט לערנען. די בקשה גייט ארויף אויף דער ליסטע אן אייער נאמען און טעלעפאן. ווען איינער וויל זיך אנשליסן, זעט איר זיין נאמען אויף אייער פריוואטן לינק, און איר קענט באשטעטיגן אדער אפזאגן. טעלעפאן און אימעיל ווערן געוויזן נאר ווען ביידע זענען מסכים.
שיעורים און חבורות
בקשה פאר א שיעור
זוכט איר א שיעור אין א געוויסן בית המדרש אדער שול, אין א געוויסע צייט? שרייבט זיך איין. ווען עס קלייבן זיך צוזאם עטליכע מענטשן מיט דער זעלבער צייט און ארט, וועלן מיר פרובירן צו עפענען א שיעור.
המתחיל במצוה אומרים לו גמור
שאפן אדער זיך אנשליסן אין א חבורה
ווילט איר לערנען צוזאמען מיט עטליכע חברים, וואס האלטן זיך איינער דעם אנדערן? שאפט א נייע חבורה, אדער שליסט זיך אן אין א חבורה וואס לערנט שוין.
פאר מער אינפארמאציע
רופט די התאחדות אברכים
718-387-7008 #1